7 אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך.
נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות.
דערפאר, אָ קעניג אגריפא, בין איך נישט געווארן אומגעהארכזאם צו דעם חיזיון פון הימל;
נאר שטיי אויף, און גיי אריין אין דער שטאט, און עס וועט דיר געזאגט ווערן, וואס דו זאלסט טאן.
ווארום נישט קענענדיק די צדקות פון ה׳ און זוכנדיק אויפצושטעלן זייער אייגענע, האבן זיי זיך נישט אונטערטעניק געמאכט צו דער צדקות פון ה׳,
ווארום עס שטייט געשריבן: אזוי ווי איך לעב, זאגט דער האר ג‑ט, צו מיר וועט זיך בייגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבן ג‑ט. (ישעיהו מה, כג.)
און גיט נישט דעם שׂטן קיין ארט.
און אונטערטעניקט זיך איינס צום אנדערן אין דער יראה פונם משיח.
צוליב דעם נעמט אייך די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט זיך קענען אקייגנשטעלן אין דעם בייזן טאג, און האבנדיק אלץ געטאן, צו בלייבן שטיין.
מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן?
אונטערטעניקט זיך צו יעדער מענטשלעכער ארדנונג צוליב דעם האר; סאי צום מלך, ווי צו אן אויבערהאר;
דערנידעריקט זיך דעריבער אונטער ה׳ס מעכטיקער האנט, כדי ער זאל אייך דערהייבן אין דער געהעריקער צייט!