6 גרעסער אבער איז דער חסד, וועלכן ער גיט. דערפאר זאגט ער: ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידעריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)
מחמת ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; ווער אבער עס האט נישט, פון דעם וועט אויך אוועקגענומען ווערן, וואס ער האט יא.
און ווער עס וועט זיך אליין דערהייבן, דער וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן, דער וועט דערהייבט ווערן.
פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע, און נידריקע האט ער דערהייבט;
ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן, און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
דערנידעריקט אייך פאר ה׳, און ער וועט אייך דערהייבן.
פונקט אזוי, איר יונגערע, אונטערטעניקט זיך צו די זקנים, און אלע זאלט איר זיך אנקליידן מיט עניוותדיקייט איינער לגבי דעם אנדערן; ווייל ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)