3 איר בעט יא און באקומט נישט, ווייל איר בעט שלעכט, כדי איר זאלט עס פארצערן אין אייערע תאוות.
יהושע/ישוע האט אבער ענטפערנדיק געזאגט: איר ווייסט נישט, וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם כוס, וואס איך גיי טרינקען? זאגן זיי צו אים: מיר קענען!
יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט נישט וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם בעכער, וואס איך טרינק? אדער געטובלט ווערן מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט?
ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.
און אין ווייניקע טעג ארום האט דער יונגערער זון אלץ צונויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין א ווייט לאנד אריין; און דארט פארשווענדט זיין פארמעגן אין אן אויסגעלאסן לעבן.
ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב!
פונוואנען זשע זענען מלחמות און פונוואנען זענען קריגערייען ביי אייך? צי דען נישט פונדאנען, פון אייערע תאוות, וואס ראנגלען זיך אין די אברים אייערע?
און וואס מיר בעטן, דאס באקומען מיר פון אים, ווייל מיר היטן אפ זיינע געבאטן, און טאן דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים.
און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז;