17 דעריבער ווער עס ווייסט צו טאן גוטס, און טוט עס נישט, איז עס פאר אים א זינד.
אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס.
אויב איך וואלט נישט געקומען און גערעדט צו זיי, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי נישט קיין אנטשולדיקונג פאר זייער זינד.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב איר וואלט געווען בלינד, וואלט איר נישט געהאט קיין חטא; איצט אבער זאגט איר: מיר זען; דערפאר בלייבט אייער זינד.
וועלכע, הגם וויסנדיק פון ה׳ס משפט, אז די, וואס טאן די דאזיקע זאכן, זענען חייב מיתה, האבן זיי נישט נאר די דאזיקע זאכן געטאן, נאר זענען נאך צופרידן מיט די, וואס טאן זיי.
צי איז דען דאס גוטע געווארן פאר מיר דער טויט? חס ושלום! נאר די זינד, כדי זי זאל דערשיינען אלס זינד, ווירקנדיק פאר מיר דעם טויט דורך דעם גוטן—כדי דורך דעם געבאט זאל זיך ארויסווייזן ווי זייער זינדיק זינד איז.
ווארום עס וואלט געווען בעסער פאר זיי נישט צו האבן דערקענט דעם וועג פון גערעכטיקייט, ווי, נאכן דערקענען, זיך אפצוקערן פון דעם הייליקן געבאט, וואס איז איבערגעגעבן געווארן צו זיי.