16 און איצט בארימט איר זיך מיט אייער גאווה; יעדע אזעלכע בארימעריי איז בייז.
אייער בארימען זיך איז נישט גוט. צי ווייסט איר דען נישט, אז א קליין ביסל חמץ מאכט זויער דאס גאנצע טייג?
אויב אבער איר האט ביטערע קנאה און צאנקעריי אין אייער הארץ, זאלט איר זיך נישט בארימען, און זייט נישט פאלש צום אמת.
ווייל אלץ, וואס געפינט זיך אין דער וועלט, די גלוסטיקייט פון דעם פלייש און די תאווה פון די אויגן און דער שטאלץ פון לעבן, איז נישט פון דעם פאטער, נאר פון דער וועלט.
אויף וויפל זי האט זיך פארהערלעכט און געלאזט וואוילגיין, אויף אזויפיל זאלט איר איר געבן ליידן און פיין; ווייל אין איר הארץ זאגט זי: איך זיץ א מלכה, און בין נישט קיין אלמנה, און טרויער וועל איך אויף קיין פאל נישט זען.