15 אנשטאט דעם זאלט איר זאגן: אם ירצה ה׳—און מיר וועלן לעבן, וועלן מיר טאן די דאזיקע זאך אדער יענע.
נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס.
אין מיינע תפילות, בעטנדיק אלעמאל, אז עס זאל מיר שוין געלינגען, אם ירצה ה׳, צו אייך צו קומען.
כדי איך זאל קומען מיט שמחה צו אייך, אם ירצה ה׳, און זיך אפרוען ביי אייך.
ווארום איך וויל אייך איצט נישט זען אויף דער דורכרייזע; ווייל איך פארהאף צו בלייבן ביי אייך א געוויסע צייט, אם ירצה ה׳.
איך וועל אבער באלד קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און וועל אויסגעפונען, נישט די רייד פון די אנגעבלאזענע, נאר די גבורה זייערע.
און דאס דאזיקע וועלן מיר טאן, אם ירצה ה׳.
און איצט בארימט איר זיך מיט אייער גאווה; יעדע אזעלכע בארימעריי איז בייז.