Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יעקבס בריוו 4:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 בארעדט נישט איינער דעם אנדערן, ברידער. ווער עס בארעדט א ברודער אדער משפט זיין ברודער, דער בארעדט די תורה און משפט די תורה; אויב אבער דו משפטסט די תורה, ביסטו שוין נישט קיין עוסק אין דער תורה, נאר א שופט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יעקבס בריוו 4:11
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן;


דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;


ווייל נישט די, וואס הערן די תורה, זענען גערעכט ביי ה׳, נאר די, וואס טאן (וואס) די תורה (זאגט), וועלן גערעכטפערטיקט ווערן;


וואס וועלן מיר דעריבער זאגן? אז די געזעץ איז זינד? חס ושלום! נאר ווען נישט דורך דער געזעץ, וואלט איך נישט געוואוסט פון דער זינד; ווייל, וואלט די געזעץ נישט געזאגט: דו זאלסט נישט גלוסטן (שמות כ, יז.), וואלט איך פון גלוסטיקייט תאווה נישט געוואוסט;


דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.


ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען;


יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות;


אויך אזוי דארפן די פרויען זיין ערווירדיק, נישט קיין רכילות רעדנערינס, ניכטער, געטריי אין אלעם.


אוממענטשלעך, נישט גענייגט מוחל צו זיין, טייוולאנים, נישט איינגעהאלטן, אכזרים, שונאים פון גוטס,


אז די זקנות זאלן דעסגלייכן זיך אויפפירן, ווי עס פאסט פאר קדושה, נישט רעדן קיין רכילות, נישט זיין פארשקלאפט צו א סך וויין, נאר לערערינס פון גוטס;


בלאנדזשעט נישט, ברידער מיינע געליבטע.


דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס;


דער אבער, וועלכער האט אריינגעקוקט אין דער שלמותדיקער תורה, די תורה פון פרייהייט, און פארבלייבט דערין, נישט זייענדיק קיין הערער, וואס פארגעסט, נאך א טוער בפועל (ממש), איז וואויל דעם דאזיקן אין זיין טאן.


דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל;


נעמט אייך אלס א ביישפיל, ברידער, פון ליידן בייז און פון געדולד, די נביאים, וועלכע האבן גערעדט אין דעם נאמען פון דעם האר (ג‑ט).


זייט געדולדיק דעריבער, ברידער, ביז צום קומען פון דעם האר. זע, דער פארמער ווארט אויף דער טייערער פרוכט פון דער ערד, און האט געדולד מיט איר, ביז זי באקומט דעם פריען און שפעטן רעגן.


זיפצט נישט, ברידער, איינער קעגן דעם אנדערן; כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; אָט שטייט (שוין) דער שופט פאר די טירן.


דעריבער, טוט אפ פון זיך יעדע רשעות און יעדע פאלשקייט און צביעות און קנאה און יעדע לשון הרע,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ