9 מיט איר לויבן מיר דעם האר (ג‑ט) און פאטער; און מיט איר פלוכן מיר די מענטשן, וועלכע זענען באשאפן געווארן אין ה׳ס געשטאלט.
דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו שעלטן און שווערן: איך קען נישט דעם מענטשן! און גלייך האט א האן געקרייט.
איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך;
דערפאר האט מיין הארץ זיך משמח געווען און מיין צונג האט זיך געפריידט, און עס וועט נאך מיין לייב רוען אויף האפענונג;
וועמעס מויל איז פול מיט פלוך און ביטערקייט (תהלים י, ז.);
ווארום דער מאן טאקע איז נישט מחייב זיך צו פארדעקן דעם קאפ, ווייל ער איז ה׳ס אפבילד און כבוד; די פרוי אבער איז דער כבוד פון דעם מאן.
געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וואס האט אונדז געבענטשט מיט יעדער רוחניותדיקער ברכה אין די הימלישע ערטער אינם משיח;
א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג‑ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.
פון דעם זעלביקן מויל קומט ארויס א ברכה און א קללה. ברידער מיינע, אזוי דארף עס נישט זיין.
געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע,