18 און די פרוכט פון גערעכטיקייט ווערט געזייעט אין שלום פאר די, וואס מאכן שלום.
וואויל איז די, וואס מאכן שלום; ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
דער שניטער באקומט א שכר, און זאמלט איין פירות צום אייביקן לעבן, כדי דער פארזייער און דער שניטער זאלן זיך פרייען צוזאמען.
ווייל דער, וועלכער זייעט אויף זיין פלייש, וועט פון דעם פלייש שניידן פארדארבונג; דער אבער, וועלכער זייעט אויף דעם גייסט, וועט פון דעם גייסט שניידן אייביק לעבן.
אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.
יעדע באשטראפונג אין איר צייט שיינט טאקע אויס צו זיין נישט קיין פרייד נאר א טרויער; שפעטער אבער גיט זי די פרידלעכע פרוכט פון גערעכטיקייט צו די, וואס זענען אויסגעאיבט דורך איר.
ווארום א מענטשנס צארן איז נישט ווירקט די גערעכטיקייט פון ה׳.