10 פון דעם זעלביקן מויל קומט ארויס א ברכה און א קללה. ברידער מיינע, אזוי דארף עס נישט זיין.
בענטשט די, וואס רודפן אייך; בענטשט, שעלט נישט.
ווייל איר זענט נאך אלץ פליישלעך; ווארום כל זמן עס איז דא צווישן אייך קנאה און קריגעריי, זענט איר דען נישט פליישלעך און לעבט ווי (פשוטע) מענטשן?
און אין דער זעלביקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, ארומגייענדיק פון הויז צו הויז; און נישט בלויז צו זיין פויל, נאר זענען אויך פלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואס מען דארף נישט.
בלאנדזשעט נישט, ברידער מיינע געליבטע.
דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס;
זאלן נישט פיל פון אייך ווערן רבנים, ברידער מיינע, וויסנדיק, אז מיר וועלן באקומען א הארבער משפט.
צי שפרודלט דען דער קוואל פון דער זעלביקער עפענונג דאס זיסע (וואסער) און דאס ביטערע?
מיט איר לויבן מיר דעם האר (ג‑ט) און פאטער; און מיט איר פלוכן מיר די מענטשן, וועלכע זענען באשאפן געווארן אין ה׳ס געשטאלט.
צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה.