די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.
און ווי זיי האבן זיי נישט געפונען, האבן זיי ארויסגעשלעפט יאזאנען און אייניקע ברידער צו די מנהיגים פון דער שטאט, שרייענדיק: די דאזיקע לייט, וועלכע האבן אויפגעברויזט די וועלט, זענען אויך אהערגעקומען;
זע, דער לוין פון די ארבעטער, וועלכע האבן איינגעזאמלט דעם שניט פון אייערע פעלדער, (דער לוין), וועלכער איז פון אייך צוריקגעהאלטן, שרייט; און די געשרייען פון די שניטער זענען אריינגעקומען אין די אויערן פון דעם האר, (דעם ג‑ט פון) צבאות.