4 צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות?
און דער האר האט געזאגט: הערט, וואס דער אומגערעכטער שופט זאגט!
משפט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נאר א גערעכט משפט זאלט איר משפטן.
די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.
בארעדט נישט איינער דעם אנדערן, ברידער. ווער עס בארעדט א ברודער אדער משפט זיין ברודער, דער בארעדט די תורה און משפט די תורה; אויב אבער דו משפטסט די תורה, ביסטו שוין נישט קיין עוסק אין דער תורה, נאר א שופט.