Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יעקבס בריוו 2:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 צי איז דען נישט אברהם אבינו גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, מקריב זייענדיק יצחקן זיין זון אויף דער עקידה?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יעקבס בריוו 2:21
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת פון דיינע ווערטער וועסטו גערעכטפערטיקט ווערן, און פון דיינע ווערטער וועסטו פארמשפט ווערן.


און זאל אייך נישט קומען אויף די געדאנקען צו זאגן: מיר האבן אברהם ווי אונדזער פאטער (זכות‑אבות); מחמת איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח פון די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.


די שבועה, וואס ער האט געשוואוירן צו אונדזער פאטער אברהם;


און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם!


און ער האט געזאגט: ניין, פאטער אברהם, נאר אויב עמיצער פון די טויטע זאל קומען צו זיי, וועלן זיי תשובה טאן!


האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אברהם איז אונדזער פאטער (זכות‑אבות). זאגט יהושע/ישוע צו זיי: אויב איר זענט קינדער פון אברהם, טוט די מעשים פון אברהם.


ביסטו דען גרעסער פון אברהם אבינו, וועלכער איז געשטארבן? אויך די נביאים זענען געשטארבן; פאר וועמען מאכסטו דיך?


ער אבער האט געזאגט: ברידער און פאטערס, הערט! דער ג-ט פון כבוד האט זיך באוויזן צו אונדזער פאטער אברהם, בשעת ער איז געווען אין ארם נהרים, איידער ער האט געוואוינט אין חרן,


צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד.


וואס זשע זאלן מיר זאגן וועגן אברהם אבינו? וואס האט ער דען דערגרייכט לויטן פלייש?


און דער פאטער פון די געמלטע, צו זיי, וואס נישט נאר זענען זיי געמלט, נאר גייען אין די פוסטריט פון דער אמונה, וועלכע אברהם אבינו האט געהאט נאך איידער ער האט זיך מל געווען.


צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער—


דורך אמונה האט אברהם מקריב געווען יצחקן, ווען ער איז אויסגעפרואווט געווארן; דער, וואס האט אנגענומען די הבטחות, האט געברענגט צו (דער עקידה) זיין בן יחיד;


נאר עמיצער וועט זאגן: דו האסט אמונה, און איך האב מעשים? ווייז מיר דיין אמונה אָן די מעשים, און איך וועל דיר ווייזן מיין אמונה דורך די מעשים.


איר זעט, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך מעשים, און נישט דורך אמונה אליין.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ