14 יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט.
די זאכן אבער וואס קומען ארויס פון מויל קומען אויסן הארצן ארויס; און זיי מאכן דעם מענטשן טמא.
די דאזיקע זאכן זענען עס, וואס זענען מטמא דעם מענטשן; אבער צו עסן מיט אומגעוואשענע הענט מאכט דעם מענטשן נישט טמא.
דעמאלט איז יהושע/ישוע געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון.
איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן.
ווארום די זינד, געפינענדיק א סיבה אינם געבאט, האט מיך פארפירט און דאדורך מיך געטייט.
צי איז דען דאס גוטע געווארן פאר מיר דער טויט? חס ושלום! נאר די זינד, כדי זי זאל דערשיינען אלס זינד, ווירקנדיק פאר מיר דעם טויט דורך דעם גוטן—כדי דורך דעם געבאט זאל זיך ארויסווייזן ווי זייער זינדיק זינד איז.
אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות,
נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד;
זאל קיינער נישט זאגן, ווען ער ווערט אויסגעפרואווט: איך ווער אויסגעפרואווט פון ה׳; ווארום ה׳ קען נישט אויסגעפרואווט ווערן מיט שלעכטס, און ער אליין פרואווט קיינעם נישט אויס;
דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט.