10 און דער עושר מיט זיין שיפלות; ווייל ווי א בלום פון דעם גראז וועט ער פארגיין.
וואויל איז די ארעמע אין גייסט; ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.
און אויב ה׳ קליידט אזוי אָן דאס גראז פון פעלד, וואס היינט איז עס דא, און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וועט ער דען נישט פיל מער אייך (קליידן), איר קליינגלויביקע?
און די, וועלכע געברויכן די וועלט, ווי זיי וואלטן זי נישט געברויכט; ווארום דאס געשטאלט פון דער דאזיקער וועלט פארגייט.
יא, איך באטראכט טאקע אלץ ווי א פארלוסט פון וועגן דער דערהויבנקייט פון דער דערקענטעניש פונם משיח יהושע/ישוע מיין האר, צוליב וועמען איך האב אלץ פארלוירן, און איך באטראכט אלץ ווי מיסט, כדי איך זאל געווינען משיחן,
די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן;
און איר ווייסט דאך נישט, וואס מארגן וועט זיין! וואס איז אייער לעבן? ווארום איר זענט א נעפל, וואס באווייזט זיך אויף א וויילע און שפעטער ווערט ער פארשווונדן. (לוקאס כד, לא.)
ווייל: יעדעס פלייש איז ווי גראז, און יעדע פראכט דערפון איז ווי א בלום פונם גראז. פארטריקנט ווערט דאס גראז, און די בלום פאלט אראפ;
און די וועלט פארגייט און די גלוסטיקייט דערפון; ווער אבער עס טוט ה׳ס רצון, דער האט א קיום אויף אייביק.