18 דעריבער איז אויך דער ערשטער בונד נישט איינגעווייט געווארן אָן בלוט.
אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט?
ווייל א צוואה טרעט ערשט אריין אין קראפט, ווען מען איז שוין געשטארבן, אנדערש האט זי נישט קיין מאכט ווען דער, וואס האט געמאכט די צוואה, לעבט.
ווארום משה, האבנדיק געזאגט אלע געבאטן פון דער תורה צום גאנצן פאלק, האט גענומען דאס בלוט פון די קעלבער און פון די בעק מיט וואסער און רויטער וואל און היזאפ און באשפריצט דאס ספר און דאס גאנצע פאלק,
און לויט דער תורה ווערט כמעט אלץ גערייניקט מיט בלוט; און אָן בלוט פארגיסונג גיבט נישט קיין פארגעבונג.