Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




בריוו צו די יידן 9:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 אויך נישט מיט דעם בלוט פון בעק און קעלבער, נאר מיט זיין אייגן בלוט, איז אריינגעגאנגען איינמאל פאר אלעמאל אינם קדשי קדשים, און געפונען אן אייביקע ישועה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




בריוו צו די יידן 9:12
32 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווער אבער עס וועט לעסטערן דעם רוח הקודש, דער האט נישט קיין פארגעבונג אויף אייביק, נאר איז חייב אן אייביקע זינד.


געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל. ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,


היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.


אין וועמען מיר האבן די ישועה דורך זיין בלוט, די פארגעבונג פון (אונדזערע) זינד, לויט דער עשירות פון זיין חסד,


אין וועמען מיר האבן די ישועה, די פארגעבונג פון אונדזערע זינד;


און צו דערווארטן זיין זון פון הימל, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע, יהושען/ישוען, וועלכער איז אונדז מציל פון דעם צארן, וואס קומט.


וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.


וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;


דעריבער, ברידער, האבנדיק דרייסטקייט אריינצוגיין אינם קדשי קדשים דורך דעם בלוט פון יהושען/ישוען,


ווייל דאס בלוט פון רינדער און בעק האט נישט דעם כוח אוועקצונעמען זינד.


דערפאר האט אויך יהושע/ישוע געליטן מחוץ לשער, כדי צו הייליקן דאס פאלק דורך זיין אייגן בלוט.


און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים;


וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין.


ווארום אויב דאס בלוט פון בעק און רינדער און דאס אש פון א יונגער קו, ווערנדיק געשפריצט אויף טמאים, מאכט הייליק צום רייניקן דאס לייב,


אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט?


און צוליב דעם איז ער דער פארמיטלער פון דעם נייעם בונד, כדי נאכדעם ווי זיין טויט איז געווארן פאר אן אויסלייזונג פון די עבירות, וואס זענען אונטער דעם ערשטן בונד, זאלן די גערופענע באקומען די אייביקע ירושה.


ווארום משה, האבנדיק געזאגט אלע געבאטן פון דער תורה צום גאנצן פאלק, האט גענומען דאס בלוט פון די קעלבער און פון די בעק מיט וואסער און רויטער וואל און היזאפ און באשפריצט דאס ספר און דאס גאנצע פאלק,


אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.


אבער אין דעם צווייטן, נאר דער כהן גדול אליין, איין איינציק מאל אין יאר, נישט אָן בלוט, וואס ער איז מקריב פאר זיך און פאר די שגגות פון פאלק;


און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,


און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ