צי איז דען דעריבער די געזעץ קעגן די הבטחות פון ה׳? חס ושלום! ווארום וואלט א געזעץ געגעבן געווארן, וועלכע וואלט געווען בכוח לעבעדיק צו מאכן, וואלט באמת די גערעכטיקייט געווען פון געזעץ.
דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן?