Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




בריוו צו די יידן 8:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 וועלכע דינען צו א סקיצע און א שאטן פון הימלישע זאכן, לויט ווי משה איז באפוילן געווארן, ווען ער האט געזאלט פארענדיקן דאס משכן; ווארום ער האט צו אים געזאגט: זע, דו זאלסט אלץ מאכן לויט דעם מוסטער, וואס איז דיר געוויזן געווארן אויפן בארג.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




בריוו צו די יידן 8:5
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווערנדיק געווארנט אין א חלום, זיך נישט אומצוקערן צו הורדוסן, זענען זיי אוועק אויף אן אנדערן וועג אין זייער אייגן לאנד אריין.


דאס מישכן העדות איז געווען ביי אונדזערע עלטערן אין דער מדבר, אזויווי ער האט באפוילן, וועלכער האט גערעדט צו משהן, אז ער זאל עס מאכן לויט דעם געשטאלט, וואס ער האט געזען.


וועלכע זענען א שאטן פון די זאכן לעתיד לבוא, דער (עצם) גוף אבער איז פון דעם משיח.


ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די קומענדיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס.


דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.


היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל,


מיר האבן א מזבח, פון וועלכן די דינער פונם משכן האבן נישט קיין רעכט צו עסן.


וואס איז א משל פאר דער איצטיקער צייט; אין וועלכן מען איז מקריב מנחות און זבחים, וועלכע קענען נישט לויט דעם געוויסן שלמותדיק מאכן דעם, וואס ריכט אפ די עבודה,


און נאך דעם האב איך געזען, און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון דעם משכן העדות אין הימל;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ