Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




בריוו צו די יידן 7:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 אבער ער, וואס שטאמט נישט אפ פון זיי, האט גענומען מעשר פון אברהמען און געבענטשט אים, וואס האט געהאט די הבטחות.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




בריוו צו די יידן 7:6
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איר זענט די קינדער פון די נביאים, און פון דעם בונד (ברית), וואס ה׳ האט געמאכט מיט אייערע אבות, ווען ער האט געזאגט צו אברהמען: און דורך דיין זאמען וועלן געבענטשט ווערן אלע משפחות פון דער ערד. (בראשית כב, יח.)


ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשענען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה.


וועלכע זענען בני ישראל, וועמען עס געהערן דאס אדאפטירונג, און דער כבוד און די בונדן און מתן תורה און די עבודה און די הבטחות;


און צו אברהמען זענען געזאגט געווארן די הבטחות און צו זיין זאמען. ער זאגט נישט: און צו זאמענס, ווי וועגן א סך; נאר ווי אויף א יחיד: און צו דיין זאמען (בראשית כב, יח.), וועלכער איז דער משיח.


זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד.


דורך אמונה האט אברהם מקריב געווען יצחקן, ווען ער איז אויסגעפרואווט געווארן; דער, וואס האט אנגענומען די הבטחות, האט געברענגט צו (דער עקידה) זיין בן יחיד;


ווארום דער דאזיקער מלכי‑צדק, קעניג פון שלם, א כהן פון ג‑ט דעם אויבערשטער, וואס איז אנטקעגנגעגאנגען אברהמען, ווען ער האט זיך אומגעקערט פונם שלאגן די מלכים און אים געבענטשט,


און עס איז דאך אָן ווידערשפרוך, אז דער קלענערער ווערט געבענטשט פונם גרעסערן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ