18 ווארום עס געשעט טאקע, אז א פריערדיק געבאט ווערט בטל צוליב זיין שוואכקייט און נוצלאזיקייט.
און יעדער, וואס גלויבט אין אים, ווערט גערעכטפערטיקט פון אלעם, פון וואס איר האט נישט געקענט גערעכטפערטיקט ווערן דורך תורת משה.
צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.
ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש;
ברידער, איך רעד (פשוט) ווי א מענטש: אפילו א מענטשנס באשטעטיקטע צוואה איז קיינער נישט מבטל אדער זעצט (עפעס) צו (דערצו).
איך זאג אבער דאס דאזיקע: א בונד (ברית), פריער באשטעטיקט פון ה׳, קען די תורה, וועלכע איז געקומען פיר הונדערט און דרייסיק יאר שפעטער, נישט אפשאפן, אז די הבטחה זאל בטל ווערן.
צי איז דען דעריבער די געזעץ קעגן די הבטחות פון ה׳? חס ושלום! ווארום וואלט א געזעץ געגעבן געווארן, וועלכע וואלט געווען בכוח לעבעדיק צו מאכן, וואלט באמת די גערעכטיקייט געווען פון געזעץ.
זאגט מיר, איר, וועלכע ווילן זיין אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, צי הערט איר נישט (וואס) די געזעץ (זאגט)?
איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט?
ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא.
לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט.
ווארום די תורה האט קיין זאך נישט שלמותדיק געמאכט, נאר דאס אריינפירן פון א גרעסערער האפענונג, דורך וועלכער מיר דערנענטערן זיך צו ה׳.