16 וועלכער איז נישט געווארן לויט א געזעץ פון א פליישלעך געבאט, נאר לויט דער קראפט פון אן אומענדלעך לעבן;
ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד.
פונקט אזוי אויך מיר, בשעת מיר זענען געווען קינדער, זענען מיר געווען אין קנעכטשאפט אונטער די עלעמענטארע כללים פון דער וועלט;
איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט?
אויסמעקנדיק דאס כתב מיט די געזעצן, וואס איז געווען קעגן אונדז, וואס איז געווען פיינטלעך צו אונדז, און האט עס אוועקגענומען פון אונדזער מיט, צונאגלענדיק עס צום בוים;
אויב איר זענט געשטארבן מיט משיחן לגבי די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, פארוואס, ווי לעבנדיק אין דער וועלט, אונטערטעניקט איר זיך צו געזעצן:
ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די קומענדיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס.
און עס איז נאכמער קלאר, אויב אן אנדערער כהן שטייט אויף לויט דער ענלעכקייט פון מלכי‑צדק,
ווארום עס איז עדות געזאגט געווארן וועגן אים: דו ביסט א כהן אויף אייביק, לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק.
אבער ער מיט א שבועה דורך אים, וואס האט צו אים געזאגט: דער האר האט געשוואוירן, און וועט נישט קיין חרטה האבן: דו ביסט א כהן אויף אייביק;
ווארום די תורה האט באשטימט פאר כהנים גדולים מענטשן, וואס האבן געהאט שוואכקייט; אבער דאס ווארט פון דער שבועה, וואס איז שפעטער ווי די תורה, באשטימט דעם זון, וואס איז געמאכט פולקום אויף אייביק.
אָן א פאטער, אָן א מוטער, אָן א יחוס, האט נישט קיין אנהויב פון טעג און נישט קיין סוף פון לעבן, אבער ענלעך צום זון פון דער אויבערשטער, בלייבט א כהן אויף אייביק.
אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט?
און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.