6 און זענען אפגעפאלן, זיי ווידער צו באנייען צו תשובה, ווייל זיי אויפהענגען אויף דער בוים אויפסניי צו זיך אליין דעם זון פון דער אויבערשטער און מאכן אים צו שאנד בפרהסיא.
און יהושע/ישוע האט אויף זיי געקוקט און געזאגט צו זיי: ביי מענטשן איז דאס דאזיקע אוממעגלעך; ביי ה׳ אבער איז אלץ מעגלעך.
אָט אזוי־אָ זענט איר עדות און איר האט א וואוילגעפעלן אין די מעשים פון די פאטערס אייערע; ווייל זיי האבן זיי געטייט, איר אבער בויט די קברים.
וואס זאגט מיט עניוות שטראפרייד צו די ווידערשפעניקע; אפשר וועט ה׳ זיי שענקען תשובה, צום דערקענען דעם אמת,
ווארום אויב מיר זינדיקן במזיד, נאכדעם ווי מיר האבן באקומען די דערקענטעניש פונם אמת, בלייבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד,
וואס פאר א הארבערע שטראף איז ווערט דער, וואס האט דעם זון פון דער אויבערשטער געטרעטן מיט די פיס און געהאלטן פאר טמא דאס בלוט פון דעם בונד, דורך וועלכן ער איז געהייליקט געווארן, און געלעסטערט דעם גייסט פון חסד.
און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.
דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין.
ווארום עס איז אוממעגלעך פאר די, וואס זענען איינמאל אויפגעקלערט געווארן און האבן טועם געווען פון דער הימלישער מתנה, און זענען געווארן אנטיילנעמער אינם רוח הקודש,
ווארום עס וואלט געווען בעסער פאר זיי נישט צו האבן דערקענט דעם וועג פון גערעכטיקייט, ווי, נאכן דערקענען, זיך אפצוקערן פון דעם הייליקן געבאט, וואס איז איבערגעגעבן געווארן צו זיי.
ווען עמיצער זעט זיין ברודער זינדיקן א חטא, וואס איז נישט צום טויט, זאל ער בעטן (פאר זיינעטוועגן), און ער (ה׳) וועט אים געבן לעבן, פאר די, וועלכע זינדיקן נישט צום טויט. עס איז פאראן א זינד צום טויט; נישט פאר יענער זאג איך, אז ער זאל בעטן!