Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




בריוו צו די יידן 6:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 כדי איר זאלט נישט ווערן שטומפיק, נאר זיין נאכפאלגער פון די, וואס דורך אמונה און סבלנות זענען געווארן יורשים פון די הבטחות.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




בריוו צו די יידן 6:12
36 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג‑ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע.


און זיין האר האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו בייזער און פוילער קנעכט! האסט געוואוסט, אז איך שנייד, וואו איך האב נישט געזייט און זאמל, וואו איך האב נישט צעשפרייט;


און עס איז געשען, דער אביון איז געשטארבן, און איז אוועקגעטראגן געווארן פון די מלאכים אין אברהמס שויס אריין. און דער עושר איז אויך געשטארבן און איז באגראבן געווארן.


דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.


ווערט נישט אפהענטיק אין פלייסיקייט, זייט אייפערדיק אינם גייסט; דינט דעם האר;


צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן;


און דער פאטער פון די געמלטע, צו זיי, וואס נישט נאר זענען זיי געמלט, נאר גייען אין די פוסטריט פון דער אמונה, וועלכע אברהם אבינו האט געהאט נאך איידער ער האט זיך מל געווען.


דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;


אזוי, אז מיר אליין בארימען זיך מיט אייך אין די קהלות פון ה׳, איבער אייער סבלנות און אמונה אין אלע אייערע רדיפות און צרות, וואס איר טראגט איבער; עס איז א באווייז פון ה׳ס גערעכטן משפט;


צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?


ווארום איר נויטיקט זיך אין סבלנות, כדי ווען איר וועט האבן געטאן ה׳ס רצון, זאלט איר באקומען די הבטחה.


וועלכע האבן דורך אמונה איינגענומען קעניגרייכן, געטאן גערעכטיקייט, דערגרייכט הבטחות, פארשטאפט די מיילער פון לייבן,


דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז,


געדענקט אייערע מנהיגים, וועלכע האבן צו אייך גערעדט ה׳ס ווארט; און טוט זיי נאך אין אמונה; קוקט זיך צו צו דעם תכלית פון זייער לעבן.


וועגן וועמען מיר האבן א סך צו זאגן און וואס איז שווער צו דערקלערן, ווייל איר זענט געווארן פויל צו הערן.


און אזוי, אויסהאלטנדיק געדולדיק, האט ער דערגרייכט די הבטחה.


וויסנדיק, אז די אויספרואוואונג פון אייער אמונה ברענגט צו סבלנות.


דערפאר, ברידער, פלייסיקט זיך נאך מער פעסט צו מאכן אייער רוף און אויסדערוויילונג; ווארום אויב איר וועט דאס טאן, וועט איר קיינמאל נישט שטרויכלען;


און דאס דאזיקע איז די הבטחה, וועלכע ער האט אונדז צוגעזאגט: דאס אייביקע לעבן.


אויב איינער נעמט געפאנגען, וועט ער גיין אין געפאנגענשאפט; אויב איינער טייט מיט דער שווערד, מוז ער אליין געטייט ווערן מיט דער שווערד. דא אָ איז די סבלנות און דער גלויבן פון די קדושים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ