בריוו צו די יידן 6:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
1 דערפאר, איבערלאזנדיק דעם אנהויב פון משיחס ווארט, לאמיר זיך דערנענטערן צו שלימות, נישט לייגנדיק נאכאמאל דעם יסוד פון תשובה פון טויטע מעשים און פון אמונה אין ה׳,
מחמת יוחנן איז געקומען צו אייך אויף דעם וועג פון גערעכטיקייט און איר האט נישט געגלויבט אין אים. די שטייער אויפמאנער אבער און די זונות האבן אים יא געגלויבט, און איר, הגם איר האט עס געזען, האט אפילו שפעטער נישט חרטה געהאט, כדי אים צו גלויבן.
און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.
נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה.
דעריבער, האבנדיק די דאזיקע הבטחות, געליבטע, לאמיר זיך רייניקן פון יעדער באפלעקונג פון דעם פלייש און פון דעם גייסט, משלים צו זיין קדושה אין דער מורא פון ה׳.
עס גיט אייך אפ שלום עפאפראס, וועלכער איז פון אייך, א קנעכט פון דעם משיח יהושע/ישוע, תמיד ראנגלענדיק זיך פאר אייערטוועגן אין זיינע תפילות, כדי איר זאלט שטיין פולקום און פעליק געוויס אין דעם גאנצן רצון פון ה׳.
דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן?