בריוו צו די יידן 5:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
5 אזוי האט דער משיח זיך אויך אליין נישט פארהערלעכט, צו ווערן א כהן גדול, נאר ער, וואס האט צו אים געזאגט: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן; (תהלים ב, ז.)
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
ווארום צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן? (תהלים ב, ז.) און ווידער: איך וועל זיין צו אים א פאטער, און ער וועט זיין צו מיר א זון? (שמואל ב ז, יד.)
צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.