אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!
ווען איך בין געווען א קינד, האב איך גערעדט ווי א קינד, האב פארשטאנען ווי א קינד, האב געטראכט ווי א קינד; ווען אבער איך בין געווארן א מאן, האב איך אוועקגעלייגט די קינדישע זאכן.
כדי מיר זאלן מער נישט זיין קיין קינדער, פון כוואליעס געשטויסן און ארומגעטראגן פון יעדן ווינט פון לערנונג, דורך דער באטריגערישקייט פון מענטשן, דורך כיטרעקייט פון באטרוג צו פארפירן;