Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




בריוו צו די יידן 5:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 ווארום יעדער כהן גדול, וואס איז גענומען פון מענטשן, איז באשטימט פאר מענטשן אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, כדי מקריב צו זיין מנחות און זבחים פאר זינד;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




בריוו צו די יידן 5:1
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איך האב דעריבער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען אינם משיח יהושע/ישוע, מיט די ענינים, וואס זענען שייך ה׳.


ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.)


און איטלעכער כהן שטייט טאג אויס טאג איין, דינענדיק און מקריב זייענדיק די זעלביקע קרבנות, וועלכע קענען קיינמאל נישט אוועקנעמען זינד;


ער אבער, האבנדיק מקריב געווען איין קרבן פאר זינד, האט זיך אויף אייביק אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט;


דורך אמונה האט הבל מקריב געווען א בעסער קרבן צו ה׳ ווי קין, דורך וועלכן ער האט דערהאלטן אן עדות, אז ער איז א צדיק, ווען ה׳ האט עדות געזאגט אויף זיינע מתנות; און דורך וועלכן הגם ער איז געשטארבן רעדט ער דאך נאך אלץ.


צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.


וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין.


ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין.


דעריבער, אויב ער וואלט געווען אויף דער ערד, וואלט ער גארנישט געווען קיין כהן, ווייל עס זענען דאך פאראן אזעלכע, וואס זענען מקריב מנחות לויט דער תורה;


וואס איז א משל פאר דער איצטיקער צייט; אין וועלכן מען איז מקריב מנחות און זבחים, וועלכע קענען נישט לויט דעם געוויסן שלמותדיק מאכן דעם, וואס ריכט אפ די עבודה,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ