9 וואו אייערע אבות האבן מיך אויסגעפרואווט מיט נסיונות און געזען מיינע מעשים פערציק יאר לאנג.
און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.)
נאר עלימאס, דער כישוף מאכער (ווארום דאס איז די אראביש גריכישע באטייטונג פון זיין נאמען), האט זיך זיי אקייגנגעשטעלט, זוכנדיק אוועקצוקערן דעם פראקאנסול פון דער אמונה.
ער האט זיי ארויסגעפירט, טוענדיק אותות און מופתים אינם לאנד מצרים און אינם ים סוף און אין דער מדבר פערציק יאר לאנג.