זע דעריבער די גוטסקייט און שטרענגקייט פון ה׳; אויף די געפאלענע—שטרענגקייט, אבער אויף דיר—גוטסקייט פון ה׳, אויב דו וועסט בלייבן אין דער גוטסקייט; אנישט וועסטו אויך אפגעהאקט ווערן.
דורך וועמען מיר האבן אויך באקומען דעם צוגאנג דורך אמונה צום דאזיקן חסד, אין וועלכן מיר שטייען; און לאמיר זיך משמח זיין אין דער האפענונג פון דעם כבוד פון ה׳.
ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה?