2 וואס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האט אים באשטימט, פונקט ווי אויך משה אין זיין גאנץ הויז.
אויב איר וועט האלטן מיינע געבאטן, וועט איר בלייבן אין מיין ליבע, ווי איך האב געהאלטן די געבאטן פון מיין פאטער, און בלייב אין דער ליבע זיינער.
איך האב דיך פארהערלעכט אויף דער ערד, איך האב פארענדיקט דאס ווערק, וואס דו האסט מיר געגעבן צו טאן.
ווער עס רעדט פון זיך אליין, דער זוכט זיין אייגענעם כבוד; ווער אבער עס זוכט דעם כבוד פון אים, וואס האט אים געשיקט, דער דאזיקער איז ווארהאפטיק, און קיין אומגערעכטיקייט איז אין אים נישט פאראן.
און דער, וואס האט מיך געשיקט, איז מיט מיר; ער האט מיך נישט איבערגעלאזט אליין; ווייל וואס איז וואוילגעפעליק פאר אים, דאס טו איך אלעמאל.
אין וועמען אויך איר ווערט מיטגעבויט פאר א וואוינונג פון ה׳ אינם גייסט.
איך דאנק אים, וועלכער האט מיך שטארק געמאכט, משיח יהושע/ישוע אונדזער האר, ווייל ער האט מיך געהאלטן פאר באגלויבט, באשטימענדיק מיך צו (זיין) דינסט;
און אויב איך וועל מיך פארזאמען, כדי דו זאלסט וויסן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין ה׳ס הויז, וועלכעס איז די קהלה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זייל און פונדאמענט פונם אמת.
צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.