13 נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד;
וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ;
ווארום די זינד, געפינענדיק א סיבה אינם געבאט, האט מיך פארפירט און דאדורך מיך געטייט.
אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות,
ווי איר ווייסט, אז יעדן איינעם פון אייך, ווי א פאטער זיינע קינדער,
דערפאר זאלט איר טרייסטן איינער דעם אנדערן מיט די דאזיקע ווערטער.
טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך.
רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.
און איך בעט אייך, ברידער, אז איר זאלט אננעמען דאס ווארט פון שטראף רייד, ווארום איך האב געשריבן צו אייך א קורצן בריוו.
יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט.