12 גיט זשע אכטונג, ברידער, טאמער איז פאראן אין איינעם פון אייך א בייז און אומגלויביק הארץ, אפפאלן פון דעם לעבעדיקן ג‑ט;
האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט!
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: זעט, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן!
איר אבער גיט אכטונג; זע, איך האב אייך אלץ פארויס אנגעזאגט!
גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז.
איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.
און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין!
ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די נאטירלעכע צווייגן, וועט ער אויך דיך נישט שוינען!
דעריבער דער, וואס מיינט, אז ער שטייט, זאל אכטונג געבן, אז ער זאל נישט פאלן.
גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;
ווארום זיי אליין דערציילן פון אונדז, וואס פאר אן אריינגאנג מיר האבן געהאט ביי אייך; און וויאזוי איר האט זיך געקערט צו ה׳ פון אייערע אפג-טער, צו דינען דעם לעבעדיקן און אמתן ג‑ט,
עס איז שרעקלעך אריינצופאלן אין די הענט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט. (דברים ד, כד.)
און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן; און אויב ער וועט זיך צוריקציען, האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים. (חבקוק ב, ג-ד.)
און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן;
נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים,
היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל,
דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען,
דעריבער האב איך געצארנט אויף דעם דאזיקן דור, און געזאגט: תמיד גייען זיי ארום מיט טועה אינם הארץ, און האבן נישט געקענט מיינע וועגן;
און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.
אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט?