10 דעריבער האב איך געצארנט אויף דעם דאזיקן דור, און געזאגט: תמיד גייען זיי ארום מיט טועה אינם הארץ, און האבן נישט געקענט מיינע וועגן;
און ווען די צען האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן אין כעס אויף די צוויי ברידער.
און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.
אבער ווייל איך זאג דעם אמת, גלויבט איר מיר נישט.
און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;
אויב אבער דורך מיין שקר האט זיך דער אמת פון ה׳ געשטארקט צו זיין כבוד, פארוואס זאל איך נאך געמשפט ווערן ווי א חוטא?
און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה.
גיט זשע אכטונג, ברידער, טאמער איז פאראן אין איינעם פון אייך א בייז און אומגלויביק הארץ, אפפאלן פון דעם לעבעדיקן ג‑ט;