2 ווארום אויב דאס ווארט, וואס איז גערעדט געווארן דורך מלאכים, איז געווען פעסט, און יעדע עבירה און ווידערשפעניקייט האט באקומען א גערעכטע פארגעלטונג,
איר, וועלכע האבן מקבל געווען די תורה דורך דער פארמיטלונג פון מלאכים, און האבן זי (דאך) נישט געהאלטן!
וואס זשע איז די געזעץ? זי איז צוגעלייגט געווארן צוליב די זינד, ביז דער זאמען וועט קומען, אויף וועמען די הבטחה באציט זיך; זי (די געזעץ) איז פארארדנט געווארן דורך מלאכים אין דער האנט פון א פארמיטלער.
נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים,
עמיצער, וואס איז עובר תורת משה, מוז אָן רחמנות שטארבן אויפן עדות זאגן פון צוויי אדער דריי;
ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר.
האלטנדיק די חרפה פונם משיח פאר א גרעסער עשירות ווי די אוצרות פון מצרים, ווייל ער האט געבליקט אויף דער שכר פארגעלטונג.
אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים.
היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל,
און פעסטער איז דאס נביאיש ווארט, וואס מיר האבן; און איר וועט טאן גוט, האלטנדיק זיך דערצו, ווי צו א ליכט, וואס שיינט אויף א טונקל ארט, ביז דער טאג ברעכט אריין, און דער מארגנשטערן וועט אויפגיין אין אייערע הערצער;
איך וויל אייך אבער דערמאנען, הגם איר האט זיך עס אלץ שוין אמאל דערוואוסט, אז דער האר (ג‑ט), האבנדיק אויסגעלייזט דאס פאלק אויס דעם לאנד מצרים, האט דערנאך פארטיליקט די אומגלויביקע.