16 ווארום ער נעמט זיך באמת נישט אָן פאר קיין מלאכים, נאר פאר אברהמס זאמען נעמט ער זיך יא אָן.
ווארום דאס געמלט זיין האט טאקע א ווערט, אויב דו טוסט וואס די תורה זאגט; אבער אויב דו ביסט עובר די תורה איז דיין מילה געווארן אן ערלה.
און צו אברהמען זענען געזאגט געווארן די הבטחות און צו זיין זאמען. ער זאגט נישט: און צו זאמענס, ווי וועגן א סך; נאר ווי אויף א יחיד: און צו דיין זאמען (בראשית כב, יח.), וועלכער איז דער משיח.
און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.
ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה.
און באפרייען די דאזיקע, וועלכע זענען דורך דער מורא פארן טויט געווען אונטערגעווארפן צו קנעכטשאפט אלע טעג פון זייער לעבן.
צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.
ווארום מענטשן שווערן ביי א גרעסערן, און די שבועה, ווי א באשטעטיקונג, איז ביי זיי דער סוף אין יעדן סכסוך.
וואס איז פארויסבאשטימט געווארן פאר דער גרינדונג פון דער וועלט, אבער אנטפלעקט געווארן ביים סוף פון די צייטן פאר אייערטוועגן,