1 צוליב דעם מוזן מיר לייגן מער אכט אויף די זאכן, וואס מיר האבן געהערט, טאמער וועלן מיר אפפאלן.
פארשטייט איר נאך נישט, און געדענקט איר נישט די (פארברענגען מיט) פינף ברויט פון די פינף טויזנט, און וויפל קערב איר האט אויפגעהויבן?
איר האט אויגן און זעט נישט, און אויערן און הערט נישט? און צי געדענקט איר נישט,
דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.
לאזט די דאזיקע ווערטער אריינדרינגען אין אייערע אויערן אריין: ווארום דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן.
זיי האבן דעריבער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו באווארפן; יהושע/ישוע אבער האט זיך פארבארגן, און איז ארויסגעגאנגען אויס דעם בית המקדש.
און האט פארגעסן די ווארנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו זין: מיין זון, פאראכט נישט דעם מוסר פון דעם האר (ג‑ט), פאל נישט ביי זיך אראפ, ווען דו ווערסט פון אים געשטראפט;
און איך וועל מיך פלייסיק באמיען, אז נאך מיין פטירה זאלט איר זיין אימשטאנד צו געדענקען די דאזיקע זאכן צו יעדער צייט.
דאס דאזיקע, געליבטע, איז שוין דער צווייטער בריוו, וואס איך שרייב אייך; אין וועלכע איך דערוועק דורך א דערינערונג אייער לויטערן פארשטאנד;