5 און האט פארגעסן די ווארנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו זין: מיין זון, פאראכט נישט דעם מוסר פון דעם האר (ג‑ט), פאל נישט ביי זיך אראפ, ווען דו ווערסט פון אים געשטראפט;
ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט,
און זיי האבן זיך דערמאנט זיינע ווערטער,
ווערן מיר אבער געמשפט פון דעם האר, ווערן מיר געציכטיקט, כדי מיר זאלן נישט פארמשפט ווערן צוזאמען מיט דער וועלט.
לאמיר נישט ווערן מיד צו טאן גוטס; ווארום מיר וועלן שניידן אין דער געהעריקער צייט, אויב מיר וועלן נישט מאט ווערן.
צווישן וועלכע איז הימענעוס און אלעקסאנדער, וועלכע איך האב איבערגעגעבן צום שׂטן, כדי זיי זאלן לערנען נישט צו לעסטערן.
אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט?
און איך בעט אייך, ברידער, אז איר זאלט אננעמען דאס ווארט פון שטראף רייד, ווארום איך האב געשריבן צו אייך א קורצן בריוו.
וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.
וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה.