3 דורך אמונה זענען מיר משיג, אז די וועלטן זענען געמאכט געווארן דורך דעם ווארט פון ה׳, אזוי, אז וואס סע ווערט געזען איז נישט געמאכט געווארן פון דעם, וואס דערשיינט.
אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן; און אחוץ דורך אים איז נישט באשאפן געווארן קיין זאך, וואס איז באשאפן געווארן.
מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי;
דער ג‑ט, וועלכער האט באשאפן די וועלט און אלץ, וואס איז אין איר, ער, וואס איז האר פון הימל און ערד, וואוינט נישט אין טעמפלען האנטגעמאכטע;
ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט.
נאר מיר רעדן די חכמה פון ה׳ אין א סוד, די פארבארגענע (חכמה), וועלכע ה׳ האט פון פארצייטנס פארויסבאשטימט פאר אונדזער כבוד וועגן;
ווארום עס ווערט געהייליקט דורך ה׳ס ווארט און דורך תפילה.
האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן,
און האבן טועם געווען דאס גוטע ווארט פון ה׳, און די כוחות פון דער קומענדיקער וועלט,
ווארום בכיוון פארגעסן זיי דאס דאזיקע, אז דורך ה׳ס ווארט שוין פארצייטנס זענען געווען הימלען, און אז אן ערד איז אנטשטאנען אויס וואסער און דורך וואסער;
ראוי ביסטו, אָ האר אונדזער ג‑ט, אנצונעמען כבוד און ערע און מאכט; ווייל דו האסט אלץ באשאפן, און דורך דיין רצון זענען זיי דא און באשאפן געווארן.