Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




בריוו צו די יידן 10:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 דערפאר, אריינקומענדיק אין דער וועלט, זאגט ער: א זבח און א מנחה האסטו נישט פארלאנגט, נאר א גוף האסטו מיר צוגעגרייט;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




בריוו צו די יידן 10:5
26 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און געזאגט צו אים: ביסטו דער, וואס זאל קומען, אדער האבן מיר צו ווארטן אויף אן אנדערן?


און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.)


האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?


און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.


ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ,


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער: און זאלן זיך צו אים בוקן אלע מלאכים פון ה׳. (תהלים צז, ז.)


אין וועלכן רצון מיר זענען געהייליקט געווארן דורך דעם מקריב זיין פון דעם קערפער פון יהושע/ישוע המשיחן איינמאל פאר אלעמאל.


דעמאלט האב איך געזאגט: אָט בין איך געקומען, אין דער מגילת ספר שטייט געשריבן וועגן מיר, צו טאן דיין רצון, אָ ג‑ט! (תהלים מ, ז-ט.)


זאגנדיק אויבן (ציטירן ניטציטירן) א זבח און א מנחה און עולות און קרבנות פאר זינד האסטו נישט פארלאנגט, נישט זענען זיי דיר וואוילגעפעלן, וועלכע זענען מקריב געווארן לויט דער געזעץ,


דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן,


וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט.


ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין.


וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן.


ווייל א סך פארפירער זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין, וועלכע זענען נישט מודה, אז יהושע/ישוע המשיח איז געקומען אינם פלייש. דאס איז דער פארפירער און אנטי‑משיח.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ