23 לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט;
יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן.
קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין.
און צוליב דעם באווייז פון דער דאזיקער עבודה לויבן זיי ה׳ פאר דער געהארכזאמקייט פון אייער מודה זיין זיך פון דער גוטער בשורה פונם משיח, און פאר דער אויפריכטיקייט פון דער חברותאשאפט לגבי זיי און לגבי אלעמען;
באגלויבט איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאן.
געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז.
אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,
דורך אמונה האט אויך שרה באקומען די קראפט טראגנדיק צו ווערן און צו געבוירן, הגם זי האט שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער, ווייל זי האט געהאלטן, אז דער, וואס האט צוגעזאגט, איז באגלויבט;
דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען,
ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף;
אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף.
דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין.
כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן
נאר זאל ער בעטן מיט בטוח אמונה, גארנישט מסופק; ווארום דער צווייפלער איז געגליכן צו א כוואליע פונם ים, וואס ווערט געטראגן און געטריבן פונם ווינט.
איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.