Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




בריוו צו די יידן 10:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 ער אבער, האבנדיק מקריב געווען איין קרבן פאר זינד, האט זיך אויף אייביק אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




בריוו צו די יידן 10:12
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)


ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז.


און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.


דעריבער, אויב איר זענט אויפגעשטאנען צוזאמען מיט דעם משיח, זאלט איר זוכן דאס, וואס איז אויבן, וואו דער משיח זיצט צו ה׳ס רעכטער זייט.


וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;


אין וועלכן רצון מיר זענען געהייליקט געווארן דורך דעם מקריב זיין פון דעם קערפער פון יהושע/ישוע המשיחן איינמאל פאר אלעמאל.


ווארום ער האט מיט איין קרבן שלמותדיק געמאכט אויף אייביק די, וואס זענען געהייליקט געווארן.


ווארום יעדער כהן גדול, וואס איז גענומען פון מענטשן, איז באשטימט פאר מענטשן אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, כדי מקריב צו זיין מנחות און זבחים פאר זינד;


און צוליב דעם מוז ער, פונקט ווי פאר דעם פאלק, אזוי אויך פאר זיך אליין מקריב זיין פאר זינד.


וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין.


נו, דאס איז דער סך הכל פון דעם געזאגטן: מיר האבן אזא כהן גדול, וועלכער האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון כסא הכבוד פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הימלען,


אויך נישט מיט דעם בלוט פון בעק און קעלבער, נאר מיט זיין אייגן בלוט, איז אריינגעגאנגען איינמאל פאר אלעמאל אינם קדשי קדשים, און געפונען אן אייביקע ישועה.


אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ