און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.
ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
ווארום צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן? (תהלים ב, ז.) און ווידער: איך וועל זיין צו אים א פאטער, און ער וועט זיין צו מיר א זון? (שמואל ב ז, יד.)