2 טראגט איינער דעם אנדערנס לאסטן, און אויף אזא אופן וועט איר מקיים זיין די תורה פון דעם משיח.
כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: ער אליין האט אוועקגענומען אונדזערע קראנקייטן, און געטראגן די לאסט פון אונדזערע ווייטאקן. (ישעיהו נג, ד.)
ער אבער האט געזאגט: וויי איז אויך צו אייך, חכמי התורה; ווייל איר באלאדנט די מענטשן מיט שווערע משאות, וואס מען קען זיי קוים דערטראגן, און איר אליין רירט אפילו נישט אָן די לאסטן מיט איינעם פון אייערע פינגער.
א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן.
דאס דאזיקע איז מיין געבאט, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי איך האב אייך ליב געהאט.
מיר, די שטארקע, האבן א חוב, סובל צו זיין די שוואכקייטן פון די שוואכע, און נישט זיך אליין צו באפרידיקן.
ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט.
צו די, וואס זענען אָן א תורה, ווי אָן א תורה, דאך נישט זייענדיק ווי אָן א תורה פאר ה׳, נאר אין דער תורה פון דעם משיח, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אָן א תורה.
ווארום יעדער איינער וועט טראגן זיין אייגענע משא.
און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען.
דער אבער, וועלכער האט אריינגעקוקט אין דער שלמותדיקער תורה, די תורה פון פרייהייט, און פארבלייבט דערין, נישט זייענדיק קיין הערער, וואס פארגעסט, נאך א טוער בפועל (ממש), איז וואויל דעם דאזיקן אין זיין טאן.
רעדט אזוי, און טוט אזוי, ווי (מענטשן, וואס) דארפן געמשפט ווערן דורך דער תורה פון פרייהייט.
דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל;
וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן.
ווארום עס וואלט געווען בעסער פאר זיי נישט צו האבן דערקענט דעם וועג פון גערעכטיקייט, ווי, נאכן דערקענען, זיך אפצוקערן פון דעם הייליקן געבאט, וואס איז איבערגעגעבן געווארן צו זיי.
צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן,
און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער.