וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר זענט גלייך צו געקאלעכטע קברים, וואס פון אויסנווייניק זען זיי אויס שיין, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט ביינער פון מתים, און יעדער אומריינקייט.
דעריבער ווען דו טוסט א גמילות חסד, לאז נישט אויסטראמפייטערן פאר דיר, ווי די צבועקעס טאן אין די שולן און אויף די גאסן, כדי געלויבט צו ווערן פון לייטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.
און ווען איר טוט תפילה, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, ווייל זיי האבן ליב תפילה צו טאן ווען זיי שטייען אין די שולן און אויף די עקן פון די גאסן, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.
נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות).