4 איר האט זיך אפגעריסן פונם משיח, איר, וועלכע ווילן גערעכטפערטיקט ווערן דורך דער מצוות זכות; איר זענט אפגעפאלן פון דעם חסד.
אויב אבער דורך חסד, איז נישט מער פון מעשים; ווייל חסד וואלט דאן נישט מער געווען חסד.
צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד.
איך בין נישט מבטל דעם חסד פון ה׳; ווארום אויב גערעכטפערטיקונג (איז) דורך דער געזעץ, דאן איז משיח געשטארבן אומזיסט.
אָט איך, פוילוס, זאג אייך, אז אויב איר (אומות (העולם)) לאזט זיך מל זיין, העלפט אייך משיח גארנישט.
און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן;
לאמיר דעריבער זיך פארכטן, טאמער, בשעת עס בלייבט פאר אונדז א הבטחה, אריינצוקומען אין זיין מנוחה, ווייזט זיך ארויס, אז עמיצער פון אייך בלייבט הינטערשטעליק.
געדענק זשע פונוואנען דו ביסט אפגעפאלן, און טו תשובה, און טו דיינע ערשטע מעשים; און אויב נישט, וועל איך קומען און אוועקשטויסן דיין מנורה פון איר ארט, אויב דו וועסט נישט תשובה טאן.