26 לאמיר זיך נישט יאגן נאך פוסטן כבוד, צו דערצערנען איינער דעם אנדערן און מקנא צו זיין איינער דעם אנדערן.
נאר ווען דו ווערסט פארבעטן, גיי און זעץ דיך אויף דעם לעצטן ארט, כדי ווען דער, וואס האט דיך פארבעטן, וועט קומען, זאל ער זאגן צו דיר: פריינד רוק דיך ארויף העכער! דעמאלט וועסטו האבן כבוד פאר אלע, וואס זיצן ביים טיש מיט דיר.
אזוי ארום איז שוין דער פלאנצער גארנישט, און דער באוואסערער גארנישט; נאר ה׳, וועלכער מאכט וואקסן.
אויב אבער איר בייסט און פרעסט זיך איינס דאס אנדערע, גיט אכטונג, איר זאלט נישט פארצערט ווערן איינער פונם אנדערן.
און אפילו איר, פיליפער, ווייסט, אז אין אנהויב פון דער בשורה טובה, ווען איך האב פארלאזט מאצעדאניען, האט קיין איין קהלה מיט מיר נישט געהאט קיין חברותאשאפט וואס שייך דער פראגע פון געבן און נעמען, אחוץ איר אליין;
און איצט בארימט איר זיך מיט אייער גאווה; יעדע אזעלכע בארימעריי איז בייז.
פונקט אזוי, איר יונגערע, אונטערטעניקט זיך צו די זקנים, און אלע זאלט איר זיך אנקליידן מיט עניוותדיקייט איינער לגבי דעם אנדערן; ווייל ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)