14 ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.)
דעריבער אלץ, וואס איר ווילט, אז די מענטשן זאלן אייך טאן, טוט אויך אזוי פאר זיי; מחמת דאס דאזיקע איז די תורה און די נביאים.
דאס צווייטע (געבאט) איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) קיין אנדער געבאט גרעסער ווי די דאזיקע איז נישט פאראן.
און אים ליב צו האבן מיטן גאנצן הארצן, און מיטן גאנצן פארשטאנד, און מיט דער גאנצער קראפט, און ליב צו האבן דעם חבר ווי זיך אליין, איז א סך מער ווי אלע עולות און זבחים.
א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן.
איך וואונדער מיך, וואס אזוי געשווינט נייגט איר זיך אפ פון דעם, וועלכער האט אייך גערופן אין דעם חסד פונם משיח, צו אן אנדערער בשורה טובה;
טראגט איינער דעם אנדערנס לאסטן, און אויף אזא אופן וועט איר מקיים זיין די תורה פון דעם משיח.
דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה;