Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




גאלאטער 5:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




גאלאטער 5:13
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,


אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.


זעט אבער אז די דאזיקע פרייהייט אייערע זאל נישט ווערן קיין מיכשול פאר די שוואכע.


ווארום זייענדיק פריי פון אלעמען, האב איך מיך געמאכט פאר אלעמענס קנעכט, כדי איך זאל מער (מענטשן) געווינען.


איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט?


דערפאר בעט איך אייך, איר זאלט באשטעטיקן אים (ארויסצואווייזן) ליבע.


דער האר אבער איז דער גייסט; און וואו עס איז דער גייסט פון דעם האר, דארטן איז פרייהייט.


ווארום מיר דרשענען נישט זיך אליין, נאר דעם משיח יהושע/ישוע אלס האר, און אונדז אליין ווי אייערע קנעכט צוליב יהושען/ישוען.


אבער מחמת די פאלשע ברידער, וואס האבן זיך אריינגעגנבעט, וועלכע זענען אריינגעקומען אויסצושפיאנירן אונדזער פרייהייט, וואס מיר האבן אינם משיח יהושע/ישוע, כדי זיי זאלן אונדז פארקנעכטן;


ווארום עס שטייט געשריבן, אז אברהם האט געהאט צוויי זין, איינעם פון דער דינסטמויד און איינעם פון דער פרייער (פרוי).


צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.


ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.)


די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,


טראגט איינער דעם אנדערנס לאסטן, און אויף אזא אופן וועט איר מקיים זיין די תורה פון דעם משיח.


און אונטערטעניקט זיך איינס צום אנדערן אין דער יראה פונם משיח.


דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;


אלס פרייע (מענטשן) און דאך נישט ווי איר וואלט געהאט די פרייהייט ווי א צודעק פאר שלעכטס, נאר ווי ה׳ס קנעכט.


בשעת זיי זענען זיי מבטיח פרייהייט, זענען זיי אליין קנעכט פון פארדארבונג; ווארום פון וועמען איינער ווערט בייגעקומען, צו דעם ווערט ער אויך פארשקלאפט.


ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ