און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים.
שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש.